Reb Yosef

לראות בטובת בחיריך. לשמח בשמחת גויך. להתהלל עם נחלתך

Welcome to RebYosef.com
Reb Yosef Schwartz,  Rosh Yeshiva of Ohr Chudosh Prag

הרב יוסף שווארטץ שליט"א אב"ד וראש ישיבת אור חדש פראג

Managed by Shimi Stern, the Gaba
For more information about any of the Rosh Yeshiva's programs please
Call the office at 845-629-0713 or send an e-mail to rebyosefschwartz@gmail.com
To contact the Gaba and Webmaster please call 347-977-0030

Programs:  * 26 Coaching System  *  Yeshiva Ohr Chodush D'Prag *  Chevra Mishnayos Kol Hanshuma * Real Estate Salesperson Classes in Yidish * Jopac * Beth Genizah Olam * Institute of The Tzadik *  Modern Chasidim United  * Khilas Prag Check Republic * Kiryas Prag *  Printing of Sifrei Maharal * Yekim Pirkun - Shidichim Center * Sefer Bnei Bunim

ישיבה אור חדש דפראג. תורה. עבודה. גמ"ח. מדות. ודרך ארץ


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין. א בליק אויפן נייעם שטח אין די מאונטענס מיט גרויסע פלענער פארן עתיד בס"ד


- click to enlarge -
די ישיבה קטנה מיט'ן ראש ישיבה




About Prag Yeshivah
About Sponsorship Opportunities
About Reb Yosef




To view day to day Yeshivah Activities and Updates, you can like our Page


שעורים בהלכה


פראג ישיבה תשע"ג


חברה משניות כ"ל הנשמ"ה

די ספרים שאנק

דברי תורה


 ||  קוקט אונטן פאר נאך בילדער  ||


מכתבים לתלמידים




די נייע ווידיאו קליפ וואס הערשלע נ"י האט צאמגעשטעלט




 




**********************************************



ראה זה חדש! קונטרס שמות לגניזה - קיצור הלכות שמות באידיש

 וואס פארלאנגט זיך פאר א  יעדע אידישע שטוב. מלוקט ומסודר אצל השעורים בעניני שמות בישיבה אור חדש דפראג. ע"י הרב יוסף שווארטץ שליט"א אב"ד וּראש ישיבת
פראג. ומנהל בית גניזה עולם. מעוטר בהסכמות רבנים תלמידי חכמים. ושם נכלל עניני דרגות בקדושת השמות. גניזת ספרי תורה. תפילין. מזוזות. קדושת שם השם וגניזתו. גניזת ספרים. פסוקים. דברי תורה. כתבים. מודעות. צעטלעך. די שאלות איבער צייטונגען. פרטים עבור הקבורה.  קדושת ציצית. סוכה וד' מינים. ובסוף יש גם פרטים על הבית גניזה. השטח החדש. הפראבלעמען עם גניזה בקרקע כהיום. אמאי צריכין הכשר. תמונות. ועוד.

 



מפתח לספר יש תקוה מסודר ע"י הראש ישיבה

 
 ווען דער נפש איז צוקלאפט און צובראכן און אומצופרידן. ווען איר זוכט חיזוק און אינספירעישאן כדי צו דערגרייכן אייערע צילן און איבערקומען שוועריקייטן בין אדם לחבירו ובין אדם למקום. זענט איר אדורך געגאנגן אביוז אין די יונגע יארן אדער אנדערע שוועריקייטן. דא האט איר די הילף פאר א גענצליכע רפואת הנפש ורפואת הגוף בעזהשי"ת. מיוסד ע"פ התורה הק' אויפן פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום את הברכה ואת הקללה. זאגט אבער דער אויבערשטער ובחרת בחיים! די ברירה ליגט אין דיינע הענט דער ספר החיים איז אפען און ס'ווארט אויף דיר זיך צופארשרייבן וואסערע לעבן די ווילסט האבן  גארטל דיך אן מיט אמונה און בטחון און נעם א ביכל מיט א פעדער און הייב אן צו שרייבן.
 

 
קליק דא פאר די לשה"ק-אידיש מפתח צום פראגראם מיט  אירע 26 פרקים ובה נכלל הכל תחת השמש פאר דיין הצלחה בכל ענינים ברוחניות בגשמיות. דיין ארבעט איז נאר אריינצוגיין טיפער אין די ענינים. ווי אויך וועסטו לערנען ווי אזוי דער רבש"ע גיבט דיר די ברירה איבערצודרייען אלע דיינע שווערע מיטמאכענישן פאר א לערנען עקספיריענס. כידוע מהאר"י הק' על הפסוק ויהפוך ה' אלוקיך לך את הקללה לברכה. אז קללה קען מען איבערדרייען און ס'ווערט דערפון הלל ק. (לדרכו דורך זאגן מאה ברכות בכל יום. ווערט אלעס איבערגעדרייט לטובה ווי דער מדרש ברענגט דעם ענין פון בימי דוד המלך אז די שרעקליכע מגפות האבן זיך אפגעשטעלט נאכן מתקן זיין מאה ברכות בכל יום.) עכ"פ מיר קענען אלעס איבערדרייען לטובה    מיטן ארבעטן אויף אונז אליינס ובסייעתא דשמיא און דא וועט איר לערנען וויאזוי  




 
Click here for the Index of the Credit 26 Program
  
The system is completely based on the teachings of the Torah. This is a Journey of a Lifetime! Gain the ultimate 26 Credit Points by following these 26 Steps. Ideal for anybody want to succeed in life even if they have encountered some serious setbacks early in life.
Created by Reb Yosef Schwartz, Rosh Yeshiva of Prag 




ישיבה אור חדש דפראג - יערליכער אפיעל

 
 
אין די טעג גרייט זיך די ישיבה צו פארברייטערן דעם בנין הישיבה. וכידוע בעט די ישיבה שכר לימוד נאר ממש לפי היכולת. און קיין שטאטישע שטיצע האבן מיר נאך אויך נישט. דעריבער זענען מיר אנגעוויזן אויף די שטיצע פון אחב"י לטובת די ישיבה קטנה מיט אירע קרוב צו 30 תלמידים כן ירבו, וואס האט אין איר קורצן עקזיסטענץ שוין באוויזן אזויפיל אויפצוטאן בס"ד. פראג'ער ישיבה קען אויסרופן מיט שטאלץ אז קיין שום בחור איז נאכנישט ארויסגעגאנן פון אירע טויערן בפריקת עול! נאר אדרבה אלע שטייגן דא והמפורסם אין צריך ראי' מיר האבן א זעלטענע סייעתא דשמיא אין די ענינים.     
 
אבער רבותי!  עס איז נאך דא אסאך מער אויפצוטאן מיט מער תלמידים, ביטע קומט אונז אנטקעגן בסבר פנים יפות און נעמט א טייל אין די עבודת הקדש. ובזכות החזקת תורה וזכות רבותינו הק' ובפרט המהר"ל ורבינו יואל זי"ע וועט פאר אייך אוודאי בייישטיין. וימלא ה' כל משאלות לבך לטובה





וועד להוצאות ספרי מהר"ל מפראג זצוק"ל - שע"י ישיבה אור חדש דפראג

 אידן נויטיגן זיך אין רפואות מיט ישועות. דא זענט איר געקומען צום ריכטיגן פלאץ. ס'איז ידוע פון צדיקים דער קאזניצער מגיד זּצ"ל ועוד. אז צו דרוקן די ספרי מהר"ל איז מסוגל לכל טוב. שיקט אן אי-מעיל צום וועד איבער מער פרטים אין די זעלטענע געלעגנהייט 
-------------------------------------------------------------------------------------
The Vaad to Print Sifrei Mahara"l  ---  Printing his seforim is known as a big Zchus for Refuas and Yeshuas from Hshem.  For more information on how you can take a part - big or small - in Printing the Seforim of the Mahara"l Please contact the Vaad today by e-mail and may Hashem give you everything you need.
 



 
"חברה משניות כל הנשמ"ה"
אין וואס הונדעטער בחורים האבן זיך שוין
ב"ה אנגעשלאסן.  געווידמעט פאר בחורים מציונים, בינינים און שוואכערע, ע"פ רוב אזעלעכע וואס זענען שוין נישט במסגרת הישיבה, אדורך צו לערנען גאנץ ששה סדרי משנה במשך דעם יאר, דורך לערנען צוויי פרקים משניות יעדן טאג כל אחד לפי דרגו, פינעף טעג א וואך פון זונטאג ביז דאנערשטאג, און פרייטאג און שב"ק חזר'ט מען עס איבער.

 דער נאבעלער סדר איז איינגעפירט געווארן אין די פראג'ער ישיבה ע"י הראש ישיבה אבער האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט צו מערערע ערטער. אין די גאנצע וועלט זענען דא  בחורים וואס האלטן מיט די געוואלדיגע שעורים. מיט דעם שעור שפירט איר זיך צוגעבינדן צו א חבורה בקרוב לב ורחוק מקום. הסדר מיוסד ע"פ המהר"ל וואס האט מרעיש עולמות געווען אין דעם ענין פון לערנען משניות אלץ די הקדמה לכל התורה. איר קענט דא ארויספרינטן דעם סדר הלימודים  




In The House of the Tzadik   -   באהלי צדיקים

This Program is one of a kind. We all heard of holy Tzadikim - a Tzadik means a Holy person who is doing much more than what he is required by law - Halacha. we all have our views of Tzadikim, but how does it feel to be a Tzadik, how do they live their lives, how can I be a Tzadik. The answers are well written all over the place, beginning from the Shilchon Aruch, the Jewish Law book to Sifrei Muser and Chsidus and its waiting for anyone to adopt its teachings and to become a Tzadik. The program, created by Reb Yosef Schwartz gives the participant an unforgettable experience, the opportunity of a lifetime to live like a Tzadik and to come out sort of cleansed and with a strong desire for even more.
 
In this 40 day program of hard work and compromise you eat like a Tzadik, you talk like him, you actually try to feel like a Tzadik. You are being taught to think of Hashem every moment of the day like a Tzadik. you are being connected trough torah to the tzadik, and in particular you come out a changed person in the one thing that you really need change. As it is known from the Holy Rebbe Reb Elimelech of Lizensk, z”l that it takes 40 days of hard work to overturn even the worst Midah and become a new person.
 
 
Reb Yosef is very well familiar with at least one late Tzadik the Holy Satmar Rebbe Reb Yoel Teitelbaum, (his picture to the left) an undisputed Tzadik from the moment he entered this world throughout his life till the last minute, who was also the Sandik of Reb Yosef just before his petirah in Monroe NY and he is the Tzadik among others on whom most of the teachings and learning are based.

דער הייליגער סאטמערער רבי זי"ע בעמח"ס דברי יואל און ויואל משה דער סנדק פונעם ראש ישיבה בערוב ימיו בביהמ"ד הגדול בקרית יואל און דער פאקטישער מורה דרך על כל דבר גדול וקטן




You can take part in helping to operate the Yeshivah or the Beth Genizah!!!
Please browse our web site and feel free to ask questions about any of the above programs.

 



 וכלם מקבלים עליהם עול מלכות שמים ועול התורה והמצות

 

פרד"ס קר"ש - דא וועט איר טרעפן הערליכע רמזים
און פשטים איבער די גרויסקייט און חשיבות
פון קר"ש וואס דער ראש הישיבה זאגט אלעמאל
נאך פון די הייליגע ספרים


 

 




More pictures from here and there    -    בילדער מהנעשה ונשמע בחצר פראג



הבדלה מוצש"ק


א סימבאל פאר הצלחה פאר יעדן בחור    


ביים שפאצירן ברחוב הישיבה




(Click to enlarge)
נאך גרויס פלאגעניש, און הילף פון פרעסטיזשפולע לויערס האט דער ראש ישיבה ענדליך באקומען די פערמיט פונעם די. אי. סי

ווען די שטאט האט גערודערט מיטן געפונען שמות זיך וואלגערן אויף די גאסן איז דער ראש ישיבה ותלמידיו געווען די וואס האבן דאס איבערגענומן און געברענגט לגניזה לשביעת כל בית ישראל


דער בית גניזה שע"י וועד למשמרת השמות בהנהלת דעם ראש ישיבה מיט אן אייגן אפגעקויפטן פעלד, פראמינענטע השגחות, ערלויבעניש פון די אינסטאנצן און מיט אייגענע טראקס




מעין עולם הבא. די שעורים אין די זומער חדשים תחת כיפת השמים


מיטן סקווירא דיין שליט"א ביים ווייץ פעלד


ביים שניידן די ווייץ מיט די תלמידים


אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א איז געקומען אין ישיבה צו תפלת שחרית און געמאכט א לחיים און משמיע געווען דברי תורה


אדמו"ר רבי מיכעלע מזלאטשוב שליט"א באזוכט די ישיבה און זינגט ניגונים מיט די בחורים און לאזט איבער ברכת צדיק


דער צדיק הדור אדמו"ר רבי מיכעלע מזלאטשוב שליט"א איז געקומען צינדען חנוכה ליכט מיט אן אש קודש בין כותלי ישיבתינו הק ונתמלא הבית כולו אור

  
Click above Image to Enlarge    -    הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד - ישיבה קטנה אור חדש דפראג אויף א טריפ זיך אויסלופטערן  


משתה היין


פורים תשע"ג
Click to Enlarge

קריאת המגילה


די בחורים מיט זייער אייגענעם בענד נאכ'ן סדר. ווערט אויך געזעהן זינגען תלמידינו היקר מלפנים הרה"ח משה אלי' קלאר נ"י 


ביי איינע פון די ליל שישי סדרים דער ראש ישיבה איז משמיע תורה


נאך א חכמה און נאך א פאך. די בחורים מיט זייער אייגענעם בענד נאך די ליל ששי סדר


ווערט געזעהן די בעלי שיר שפילן ביי סעודת מלוה מלכה


בעל משפיע הרה"ג רבי אברהם משה פרענקל שליט"א פון אנטווערפן באזוכט די ישיבה און זאגט דרשה ביי שבע ברכות לתלמידינו הבה"ח יודל שימענאוויטש נ"י

די בעלי שיר זינגען נאך סעודת מלוה מלכה


מסיבת מריעים ווערט געזעהן דער ראש הקהל הרב חיים דוד ווייס נ"י דער רב, דער טשערמאן הר"ר אברהם יצחק פלאהר נ"י און דער שוחט הר"ר אליעזר יוסף ווייס נ"י


ובאו כלם בברית יחד. חוה"מ בהיכל הישיבה מקבלים בברכה את פני רבי מיכעלי שליט"א


הושענא רבה ביים ראש ישיבה אין קהל פראג


אונזער מגי"ש דער אלעמען באקאנטער הרה"ח רבי יצחק קאלאקאבסקי נ"י וואס לערנט מיט אונז אויך די ענגלישע שעורים בטוטו"ד


איין שעה א טאג ענגליש האט דער רבי געלאזט. לערן פלייסיג גיב נישט אויף וועסטו דערגרייכן דעם פרייז.


ביי איינע פון די קלאסן


המגי"ש הרה"ג רבי יונה ראטטענבערג שליט"א אין די ישיבה


סיום מסכת בישיבה: הרה"ג בנש"ק רבי יואל ט"ב שליט"א באזוכט די ישיבה ביי מסיבת לחיים לכבוד סיום מסכת פון הב' ישעי' דארפמאן נ"י


הרה"ג רבי מרדכי יצחק שימענאוויטש שליט"א באזוכט די ישיבה און דערציילט מעשיות פון צדיקים אצל סעודת הילולא


הנותן לשכוי בינה. די בחורים האדעווען אויף די עופות באש"ל מלא במשך די זומער חדשים און זיי לערנען עניני שחיטה וכשרות


אונזער חשובער ידיד הרה"ג ר' אליעזר יוסף ווייס שליט"א שו"ב מומחה פירט אדורך די שחיטה בשעת די בחורים טוען די איבעריגע מלאכות הכשרות און דאס צוגרייטן און אוועקפאקן


דא צייגט הרה"ג ר' אליעזר יוסף ווייס שליט"א שו"ב מומחה דאס מעסער

מנין תהלים ואמירת קדיש אצל ציון המהר"ל מפראג זי"ע ביום היארצייט י"ח אלול בכל שנה ושנה לפעול ישועות לאחב"י


מדליקין את הנרות אצל ציון המהר"ל מפראג זי"ע ביום היארצייט


ביים יארצייט. דרשות התעוררות לעורר רחמי שמים בזכות הצדיק אצל ציון המהר"ל מפראג זי"ע

הביהמ"ד "די אלט-ניי שול" בתפארתה געבויט געווארן פאר איבער 1000 יאר צוריק און במשך די יארן האט מען איר שוין עטליכע מאל איבערגעמאכט און כידוע ליגט דא אינעם יסוד שטיינער פון ביהמ"ק

דאס זענען די אפיציעלע טרעפ וואס פירט ארויף צו דעם באקאנטן בוידעם. (לפי הראש ישיבה איז דער בוידעם גענצליך ליידיג און ס'דא אינטערסאנטערע זאכן אין די עטליכע שטאקן אונטערן ביהמ"ד ובתוכם אז "די" ביהמ"ד איז נאר נאכגעמאכט אבער דאס עכטע געפינט זיך טיף אין דער ערד

מי שבירך אבותינו... לאלו שלא שח דברים בטלים בשעת התפלה וקריאת התורה. דער ראש ישיבה גייט איבער די אלע תיקונים מיסודם פון די אלטניי שול ובתוכם דער מי שבירך וואס זענען דא פארשריבן און הענגט אין ביהמ"ד שוין הונדערטער יאר

דער ראש הקהל צייגט פארן ראש ישיבה דעם 800 יעריגן מקוה וואס געפינט זיך עטליכע שטאק אראפ אין צענטער פונעם יודישן קווארטל. (די קהלה גיבט אונז רשות דאס איבערצובויען פאר א מקוה לאנשים. ליתר פרטים יש להתקשר עם הר"י

די הייליגע טרעפ. מערקט אויך אן די נידריקייט ביים פלאץ פונעם בעל תפלה לקיים מה שנאמר ממעמעקים קראתיך ה'


בימת הכבוד אין די אלטניי שול. כאן דרש דורש המהר"ל, הנודע ביהודא, הכלי יקר, אור לישרים, השל"ה הק' ועוד קדושים עד שבאו המתחדשים וכבשו המקום קודם המלחמה השני'. אבל אחר המלחמה ואחר שבטל הקאמוניזם שב הביהמ"ד לידי הארטאדאקסים וכאן חוזר הר"י ודורש תורת רבותינו הק' בכל שנה ובוודאי דבר גדול הוא בעולמות העליונים 

עד מתי עוזך בשבי. דער ראש ישיבה איז מתפלל צום רבש"ע און טוט שתדלנות אראפצונעמען דעם בלוטיגן סטאטשו וואס ליגט שוין הונדערטער יאר אין צענטער פון פראג   אינמיטן דעם טשארלס ברידש


בית האסורים. דאס ליגט ביים אריינגאנג צום שול אין דעם פלעגט מען איינשפארן די יודישע ארעסטאנטן וואס מען האט געמוזט ברענגן אין שול ספעציעל אין די הייליגע טעג מיטצוהאלטן דאס דאווענען


א סעודת מצוה בהיכל הישיבה אור חדש איז גאר א אפטע ערשיינונג


 ביים גאר געלונגענעם נסיעה אלול תשע"ב קיין פראג און ארץ ישראל מיט געציילטע בחורים אלץ באלוינונג פארן זיך פארהערן עטליכע דפים גמרא. אלעס געווען הערליך צוגעשטעלט. די עסען. האטעלן. און טראנספארטעישאן. מיר האבן פיל אריינגעכאפט אין די געציילטע טעג. אין פראג אצל הציון הק'. וסעודת הילולא בישיבה שובה בנים. באזוכט אין מערערע יודישע מעזועמס. געפארן מיט'ן שיף ארום דעם שטאט. אין ארה"ק. געווען ביי מערערע מקומות הק' אין מירון. צפת. טבריא. און א טבילה במקוה אר"י הק'.  געגאנגן צום אלט שטאט און צו קבר רחל. שב"ק געווען אין ירושלים. סעודות שבת אצל משפחת גראהמאן זייער דערהויבן מיט אהרלע כהנא.  מיטגעהאלטן שיינע טישן ביי די רבישע הויפן. געדאווענט אין זכרון משה און די שטיבאלאך.  געווען אויף די קעמעלן אין מדבר יהודה און ביים ים המלח. משפחת הערשל אדלער האט צוגעשטעלט א שיינער נאכטמאל ביים אהיימפארן. ניטאמאל האמער געהאט צייט צו דרימלען. ולירושלים עירך ברחמים תשוב




חמשה עשר בשבט אין ישיבה  


ביים באקן מצות


ל"ג בעומר אין הויף פון ישיבה פארן הדלקה


די בחורים רוען זיך אפ


נפלאות הבורא. די ישיבה קטנה בחורים פארן אויף א שיף א טאג נאכ'ן סיום אויף מסכת שבת (ווערט אויך געזעהן דער גאסט בחור רפאל האלבערשטאם


גמ"ח. די בחורים זענען מחזק דעם ניקעלשבורגן רבי פון די מאונטענס


דער גבאי שמעון מיטן ראש ישיבה

לכבוד שבת. שלום גרייט זיך צום קאכן

ובלכתך בדרך. שלמה און זלמן

     
     
     

ביים טעגליכן שעור גמרא מיטן מגי"ש הרה"ג ר' וואלף שליט"א


מיט הרה"ג אהרן שמואל קליין שליט"א מגי"ש אחצה"ר


הרב שמואל מרדכי גאלדנבערג נ"י


Disclaimer:
This Web Site is not fully indorsed by Reb Yosef. 
All Yeshiva pictures to appear somewhat blurry

---- Click here for some Videos ----- 

Counter

Web Hosting powered by Network Solutions®